מיקראָפֿאָן דכל דכפֿין
אַ חול-המועד-הוליאַנקע! פֿאַרברענגט אַן אָוונט פֿון ייִדישע פֿאָרשטעלונגען מיטן באַקאַנטן שטערן פֿון דער ייִדישער בינע שיין בייקער, מרים־חיה סגל, שיינדל ראָמיין און חנה טעמפּל, און ווײַזט אַרויס אײַער ייִדישן טאַלאַנט בײַ אונדזער טאַלאַנטאַרניע. ברענגט אײַערע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, אײַערע לידער, מאָנאָלאָגן, מאַניפֿעסטאָס, פֿילמען - אַלץ אויף ייִדיש. מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן 7 אַ זייגער, די טאַלאַנטאַרניע הייבט זיך אָן 7:30.